Перевод на идиш Д. Гофштейна и И. Фефера
Источник: Гофштейн Д., Фефер И. Слово о полку Игореве // Советише литератур. Киев, 1938. № 7. С. 1523.
- 1. צי וואָלט ניט גוט געווענ, בּרידער,
אָנהייבּנ מיט אלטע ווערטער
די טרויעריקע געשיכטע
וועגנ דעמ כאיִל פונ איגאָרנ,
איגאָר סוויאטאָסלאווס זונ! - 2. אונ אָנהייבּנ דארפ זיכ די ליד –
לויט די בּילינעס פונ הײַנטיקער צײַט,
גיט לויטנ פארטראכט פונ בּאָיאנ. - 3. דער צויבּערער בּאָיאנ,
אז ער האָט געוואָלט עמעצנ שאפנ א ליד,
האָט ער מיטנ געדאנק געשוועבּט איבּערנ בּוימ,
ווי א גרויער וואָלפ איבּער דער ערד,
ווי א טונקל־בּלויער אָדלער אונטער די כמארעס. - 4. דערמאָנט האָט ער די לעגענדעס
פונ פריִערדיקע צײַטנ,
די לעגענדעס וועגנ קריגערײַענ
אונ האָט דעמלט ארויסגעלאָזט צענ סאָקאָלנ
אפ דער סטײַע שוואנענ:
אונ אפ וואָס פארא שוואנ דער ערשטער סאָקאָל איז אָנגעפלויגנ,
די שוואנ האָט די ערשטע אויכ די ליד אָנגעהויבּנ –
דעמ אלטנ יאראָסלאוו,
אָדער דעמ דרייסטנ מסטיסלאוו,
וואָס האָט געקוילעט רעדיעדינ
פאר די אויגנ פונ קאָסאָזשער פּאָלקנ,
אָדער ראָמאנ סוויאטאָסלאוויטשנ דעמ שיינעמ. - 5. בּאָיאנ, בּרידער, האָט ניט קיינ צענ סאָקאָלנ
אפ דער סטײַע שוואנענ ארויסגעלאָזט:
ער האָט זײַנע צויבּערדיקע פינגער
אפ די לעבּעדיקע סטרונעס ארופגעלייגט,
אונ זיי האָבּנ אליינ
א לויבּ־געזאנג די פירשטנ געזונגענ. - 6. לאָמיר אָנהייבּנ, בּרידער,
אונדזער געשיכטע פונעמ אלטנ וולאדימיר
בּיזנ איצטיקנ איגאָר,
וועלכער האָט זײַנ פארשטאנד מיט שטארקײַט געשטאָלט
אונ אימ געשארפט מיט מוטיקײַט פונ הארצ - 7. אונ פול מיט קריגערישע גײַסט,
געפירט זײַנע דרייסטע פּאָלקנ
אפ דעם לאנד פונ די פּאָלאָווצעס,
פאר דער רוסישער ערד. - 8. דעמלט האָט איגאָר א קוק געטאָנ
אפ דער ליכטיקער זונ,
אונ ער זעט: אינגאנצנ זײַנ כאיִל
איז פונ דער זונ
מיט פינצטערניש פארשטעלט. - 9. אונ איגאָר זאָגט זײַנע פרײַנט,
זײַנע בּאגלייטער: - 10. «בּרידער אונ פרײַנט!
בּעסער צעבּראָקט ווערנ,
איידער זײַנ געפאנגענ. - 11. לאָמיר זיכ אוועקזעצנ, בּרידער,
אפ די פלינקע פערד,
אונ לאָמיר א קוק טאָנ
אפנ בּלויענ דאָנ!» - 12. דעמ פירשט איז א ווילנ ארײַנ אינ געדאנק
פארזוכנ דעמ גרויסנ דאָנ.
אונ די בּענקשאפט האָט גויווער געווענ
דעמ צייכנ פונ הימל. - 13. «איכ וויל, זאָגט ער, צעבּרעכנ מײַנ שפּיז
בּאם ראנד פונ פּאָלאָוועצער פעלד,
מיט אײַכ, רוסנ!
איכ וויל מײַנ קאָפּ אוועקלייגנ,
אָדער מיט מײַנ העלמ
זיכ אָנטרינקענ פונ דאָנ». - 14. אָ, בּאָיאנ,
סאָלאָוויי פונ דער אלטער צײַט!
ווענ דו זאָלסט בּאזינגענ אָט די פּאָלקנ,
ווי א סאָלאָוויי, שפּרינגענדיק
איבּערנ בּוימ פונ געדאנק,
אומפליִענדיק מיטנ סייכל
אונטער די כמארעס,
אונ אראָפּלאָזנדיק זיכ,
אָ, סאָלאָוויי פונ בּיידע ראנדנ
פונ הײַנטיקער צײַט,
ארומפליִענדיק איבּער טראָיאנער שטעג
דורכ די פעלדער אפ די בּערג, - 15. וואָלסטו אזוי געזונגענ די ליד איגאָרנ,
אָלעגס אייניק: - 16. «ניט קיינ שטורעמ האָט פארטראָגנ די סאָקאָלנ
איבּער פעלדער, איבּער בּרייטע:
גאלקעס סטײַעסווײַז פליִענ צומ דאָנ, צומ גרויסנ!» - 17. אָדער אזוי וואָלסטו דעדארפט בּאזינגענ,
אָ, דו צויבּערער בּאָיאנ, דער אייניק פונ וועלעסנ - 18. «די פערד הירזשענ פונ יענער זײַט סולא,
ס’קלינגט דער רומ אינ קיִעוו,
טרומייטנ שאלנ אינ נאָווגאָראָד,
עס שטייענ די פאָנענ אינ פּוטיוול!»
איגאָר ווארט אפנ ליבּנ בּרודער ווסעוואָלאָד, - 19. אונ ס’זאָגט אימ דער ווילדער שטיר ווסעוואָלאָד:
- 20. «איינ בּרודער פארמאָג איכ,
איינ ליכטיקע וועלט, דו, איגאָר!
בּיידע זײַנענ מיר סוויאטאָסלאווס זינ! - 21. זאָטל אָנ, בּרודער מײַנער,
דײַנע פלינקע פערד, - 22. אונ מײַנע זײַנענ גרייט פאר דיר,
אָנגעזאָטלט נאָכ בּא קורסק. - 23. מײַנע קורסקער לײַט זײַנענ דיר בּאוווּסט ווי העלדנ,
אונטער שאל פונ טרימייטנ געוויקלט,
אונטער העלמענ געקעכלט,
פונ שפּיצ פונ שפּיז געשפּײַזט, - 24. די וועגנ זײַנענ זיי בּאוווּסט,
די טאָלנ זײַנענ זיי בּאקאנט,
די בּויגנס אָנגעצויגנ,
די פײַלנ־טאשנ זײַנענ אָפנ,
געשליפנ זײַנענ שווערדנ, - 25. אליינ זיי טראָגנ זיכ,
ווי גרויע וועלפ אפנ פעלד,
זיכ זיי זוכנ ערע,
אונ דעמ פירשט – זיי זוכנ רומ!» - 26. דעמלט האָט דער פירשט איגאָר
דעמ פוס געשטעלט אינ גאָלדענעמ סטרעמענ
אונ איז אוועקגעפאָרנ איבּערנ פרײַענ פעלד. - 27. די פינצטערניש האָט אימ פארשטעלט די זונ אינ וועג,
- 28. אונ די נאכט האָט אינ שטורעמ קרעכצנדיק, –
אופגעוועקט די פויגלענ,
דער געהויל פונ די כײַעס
האָט זיי אינ סטײַעס צונויפגעטריבּנ. - 29. ס’האָט אָנגעהויבּנ ווויענ דער שווארצער דיוו,
ער שרײַט העכער פונ די בּיימער,
ער הייסט הערנ דער פרעמדער ערד –
דער וואָלגע, אי פּאָמאָריע, אי פּאָסוליע,
אי סוראָזש, אי קאָרסונ,
אי דיר, בּאָק טמוטאָראָקאנער… - 30. אונ די פּאָלאָווצעס
מיט וועגנ, ניט קיינ אויסגעטראָטענע,
האָבּנ זיכ געלאָזט לויפנ צומ דאָנ, צומ גרויסנ,
שרײַענ זייערע וועגנער אינ האלבּנאַכט,
פּונקט ווי שוואנענ צעפלויגענע.
איגאָר פירט צומ דאָנ דאָס כאיִל, - 31. אונ זײַנ אומקומ איז שוינ גרייט האָדעווענ
די פויגלענ אפ די דעמבּעס,
די וועלפ מיט דראָעניש דראָענ אינ די טאָלנ,
די אָדלערס מיט זייער געשריי
רופנ די כײַעס אפ מאָלצײַט פונ בּיימער,
די פוקסנ בּילנ אפ די רויטע שילדנ. - 32. אָ, רוסישע ערד!
בּיסט שוינ ווײַט פונ דאנענ! - 33. לאנג דויערט די נאכט,
- 34. דער ליכטיקער בּאגינ צײַגערט,
דער כוישעכ האָט די פעלדער בּאדעקט, - 35. דער געזאנג פונ סאָלאָווי איז שטיל געוואָרנ,
דער געמורמל פונ גאלקעס האָט אופגעוואכט, - 36. די דרייסטע ריסיטשעס
האָבּנ פארצוימט די בּרייטע פעלדער
מיט די רויטע שילדנ,
זיכ זיי זוכנ ערע,
אונ דעמ פירשט – זיי זוכנ רומ. - 37. פונ אינדערפרי, פרײַטיק,
האָבּנ זיי צעטראָטנ די פּאָלאָוועצער כאיאָלעס
אונ ווי פײַלנ זיכ צעשאָטנ איבּערנ פעלד,
פארנומענ די שיינע מיידלעכ, די פּאָלאָוועצער,
אונ מיט זיי גאָלד אונ זײַדנס
אונ טײַערע סאמעטנ מיט מאנטלענ,
מיט טאלמעס, מיט טולופּער. - 38. מיט פארשיידענע קאָלירטע שטאָכנ פּאָלאָוועצער
האָבּנ זיי אָנגעהויבּנ בּריקנ בּרוקירנ
איבּער די זומפּנ אונ בּרודיקע ערטער. - 39. אונ די רויטע פאָנ,
דער ווײַסער דעגל – דער רויטער קוטאס,
די זילבּערנע שפּיז –
דעמ דרייסטנ זונ פונ סוויאטאָסלאוו. - 40. דרעמלט אינ פעלד פונ אָלעג די דרייסטע נעסט.
ווײַט פארפלויגנ… - 41. ניט מיט בּאליידיקונגענ איז דאָס געבּוירנ –
ניט קיינ סאָקאָל, ניט קיינ שפּארבּער,
ניט דיר, שווארצער ראָבּ, מיִעסער פּאָלאָוועצער! - 42. לויפט ווי א גרויער וואָלפ גזאק אונ קאנטשאק,
פאָלגט אימ נאָכ פוס־טריט צומ גרויסנ דאָנ. - 43. אפנ צווייטנ טאָג, אינ פריִער פרי,
האָט דער בּלוטיקער קאיאָר געמאָלדנ זײַנ ליכט. - 44. שווארצע וואָלקנס גייענ פונ יאמ,
זיי ווילנ בּאדעקנ פיר זונענ,
אינ די וואָלקנס ציטערנ בּלויע בּליצנ: - 45. זײַנ וועט א גרויסער דונער,
גיינ וועט דער רעגנ מיט פײַלנ פונ גרויסנ דאָנ! - 46. אָט דאָרט וועלנ שפּיזנ זיכ בּרעכנ!
אָט דאָרט וועלנ שווערדנ זיכ האקנ אינ העלמענ פּאָלאָוועצער
אפ דעמ טײַכ קאיאל, בּאמ גרויסנ דאָנ. - 47. אָ, רוסישע ערד!
בּיסט שוינ ווײַט פונדאנענ!.. - 48. אָט ווינטנ, אייניקלעכ פונ סטריבּאָג,
ווייענ שוינ ווי פײַלנ פונ יאמ
אפ די דרייסטע איגאָרס פּאָלקנ. - 49. ס’הודעט די ערד,
צעבּויטעט שטראָמענ די טײַכנ,
ס’שפּרייט זיכ א שטויבּ איבּער פעלדער, - 50. ס’רוישנ די פאָנענ…
די פּאָלאָוועצער גייענ פונעמ יאמ, - 51. אונ פונ אלע זײַטנ
האָבּנ זיי ארומגערינגלט די רוסישע פּאָלקנ. - 52. די טײַוולאָנישע קינדער האָבּנ מיט זייער געשריי
פארצוימט די פעלדער.
אונ די דרייסטע רוסיטשעס
האָבּנ פארצוימט מיט רויטע שילדנ. - 53. בּייזער שטיר, ווסעוואָלאָד!
דו שטייסט אינ שלאַכט,
שפּריצסט מיט פײַלנ אפנ כאיִל פונעמ פײַנט.
דו דונערסט אפ די העלמענ מיט שווערדנ געשטאָלטע - 54. דאָרט, וווּ דער שטיר איז הורכגעשפּרונגענ,
שײַנענזיק מיט זײַנ גאָלדענעמ העלמ,
דאָרט ליגנ די מיִעסע קעפּ, די פּאָלאָוועצער, - 55. דאָרט זײַנענ צעבּרעקלט דורכ שווערדנ געשטאָלטע
די אָווארישע העלמענ –
ארומ דיר, בּייזער שטיר, ווסעוואָלאָד. - 56. קאָנ דענ ציילנ די וווּנדנ, בּרידער,
דער, וואָס האָט פארגעסנ די ערע אינ דאָס לעבּנ
אונ די שטאָט טשערניגאָוו,
אינ דעמ פאָטערס גאָלדענעמ טראָנ,
אונ זײַנ ליבּע שיינע געגארטע גלעבּאָוונע,
איר צארטקײַט, איר פירונג. - 57. געווענ זײַנענ צײַטנ פונ טראָיאנ,
אוועק זײַנענ די יאָרנ פונ יאראָסלאוו,
געווענ זײַנענ מילכאָמעס פונ אָלעגנ,
דעמ זונ פונ סוויאטאָסלאוונ: - 58. יענער אָלעג האָט מיט דער שווערד אומרו געשמידט
אונ פײַלנ געזייט אפ דער ערד. - 59. ער שטעלט די פיס אינ גאָלדענעמ שטײַנ־רינגל,
אינ דער שטאָט טמוטאָראָקאנ, – - 60. אונ אָט דעמ קלונג דעמ אמאָליקנ
האָט געהערט דער גרויסער זונ פונ סוויאטאָסלאוו – ווסעוואָלאָד, - 61. וולאדימיר אָבּער האָט שטענדיק פארשטעקט די אויערנ אינ טשערניגאָוו.
- 62. אונ בּאָריסנ, דעמ זונ פונ וויאטשעסלאוונ,
האָט דער רומ געבּראכט צומ לעצטנ געריכט,
אונ אפ דער גרינער טרויעריקער לאָנקע
האָט זי אוועקגעלייגט דעמ דרייסטנ אונ יונגנ פירשט
פאר אָלעגס בּאליידיקונג. - 63. פונ דער זעלבּער טרויעריקער לאָנקע
(בּאמ טײַכ קאיאל)
האָט יאראָפּאָלק געהייסנ אוועקפירנ,
אפ אונגארישע פערד,
דעמ קערפּער פונ זײַנ פאָטער (איזיאסלאוונ)
צו דער הייליקער סאָפיע, אינ קיִעוו. - 64. דעמלט, אינ דער צײַט פונ אָלעג גאָריסלאוויטש,
האָט מענ קריגערײַענ געזייט
אונ קריגערײַענ זײַנענ געוואקסנ.
ס’איז געגאנגענ צו גרונט דאָס לעבּנ
פונ די אייניקלעכ פונ דאזשבּאָג,
אינ די קריגערײַענ פונ די פירשטנ
האָבּנ זיכ געקירצט די מענטשלעכע יאָרנ. - 65. דעמלט, אפ דער רוסישער ערד,
האָט מענ זעלטנ געהערט די שטים פונ די מענטשנ בּאמ אקער,
דערפאר האָבּנ אָפט געשריגנ די ראָבּנ,
טיילנדיק צווישנ זיכ די טויטע קערפּערס
אונ ס’האָבּנ דאָס קאָל געהויבּנ די גאלקעס,
קלויבּנדיק זיכ פליִענ אפנ מאָלצײַט. - 66. דאָס איז געווענ אינ יענע שלאכטנ
אונ אינ יענע מילכאָמעס,
נאָר אזא שלאכט איז נאָכ ניט געהערט געוואָרנ.
פונ אינדערפרי בּיז אפדערנאכט,
פונ אפדערנאכט בּיז בּאגינענ –
פליִענ פײַלנ אָנגעגליטע,
ס’דונערנ שווערדנ אפ די העלמענ,
ס’קנאקנ שפּיזנ שטאָלענע, - 67. אינ פעלד, אינ אומבּאקאנטנ,
אינ מיט פונ דער ערד, פונ פּאָלאָוועצער,
די שווארצע ערד,
אונטער די טלאָענ איז מיט בּיינער פארזייט געוואָרנ
אונ בּאגאָסנ מיט בּלוט
אונ אויסגעגאנ איז זי מיט טרויער איבּער דער רוסישער ערד. - 68. וואָס רוישט עס דאָרט,
וואָס קלינגט עס דאָרט - 69. אזוי פרי, פאר בּאגינענ?…
דאָס קערט אומ איגאָר זײַנע פּאָלקנ:
ס’טוט אימ בּאנק זײַנ ליבּער בּרודער ווסעוואָלאָד. - 70. מע האָט זיכ געשלאָגנ א טאָג,
מע האָט זיכ געשלאָגנ א צווייטנ,
אפנ דריטנ, צו האלבּנ טאָג –
זײַנענ געפאלנ די פאָנענ פונ איגאָרנ. - 71. דאָרט, אפנ בּרעג פונעם גיכנ טײַכ קאיאל
האָבּנ זיכ צעשיידט צוויי בּרידער, - 72. דאָרט האָט שוינ קיינ בּלוטיקער ווײַנ ניט געסטײַעט,
- 73. דאָרט האָבּנ געענדיקט די סודע די דרייסטע רוסיטשנ,
די פרײַנטלעכ בּאטרינקענ
אונ אליינ זיכ אוועקגעלייגט אפ דער ערד, אפ דער רוסישער. - 74. ס’נויגט זיכ דאָס גראָז פונ ראכמאָנעס,
אונ דער בּוימ מיט טרויער פארבּויגט זיכ צו דער ערד. - 75. – – –
- 76. – – –
- 77. – – –
- 78. – – –
- 79. – – –
- 80. – – –
- 81. – – –
- 82. – – –
- 83. – – –
- 84. – – –
- 85. – – –
- 86. – – –
- 87. – – –
- 88. – – –
- 89. – – –
- 90. – – –
- 91. – – –
- 92. – – –
- 93. – – –
- 94. – – –
- 95. – – –
- 96. – – –
- 97. – – –
- 98. – – –
- 99. – – –
- 100. – – –
- 101. – – –
- 102. – – –
- 103. – – –
- 104. – – –
- 105. – – –
- 106. – – –
- 107. – – –
- 108. – – –
- 109. – – –
- 110. – – –
- 111. – – –
- 112. – – –
- 113. – – –
- 114. – – –
- 115. – – –
- 116. – – –
- 117. – – –
- 118. – – –
- 119. – – –
- 120. – – –
- 121. – – –
- 122. – – –
- 123. – – –
- 124. – – –
- 125. – – –
- 126. – – –
- 127. – – –
- 128. – – –
- 129. – – –
- 130. – – –
- 131. – – –
- 132. – – –
- 133. – – –
- 134. – – –
- 135. – – –
- 136. – – –
- 137. – – –
- 138. – – –
- 139. – – –
- 140. – – –
- 141. – – –
- 142. – – –
- 143. – – –
- 144. – – –
- 145. – – –
- 146. – – –
- 147. – – –
- 148. – – –
- 149. – – –
- 150. – – –
- 151. – – –
- 152. – – –
- 153. – – –
- 154. – – –
- 155. – – –
- 156. – – –
- 157. – – –
- 158. – – –
- 159. – – –
- 160. – – –
- 161. – – –
- 162. – – –
- 163. – – –
- 164. – – –
- 165. – – –
- 166. – – –
- 167. – – –
- 168. – – –
- 169. – – –
- 170. – – –
- 171. – – –
- 172. – – –
- 173. – – –
- 174. – – –
- 175. – – –
- 176. – – –
- 177. – – –
- 178. – – –
- 179. – – –
- 180. – – –
- 181. – – –
- 182. – – –
- 183. – – –
- 184. – – –
- 185. – – –
- 186. – – –
- 187. – – –
- 188. – – –
- 189. – – –
- 190. – – –
- 191. – – –
- 192. – – –
- 193. – – –
- 194. – – –
- 195. – – –
- 196. – – –
- 197. – – –
- 198. – – –
- 199. – – –
- 200. – – –
- 201. – – –
- 202. – – –
- 203. – – –
- 204. – – –
- 205. – – –
- 206. – – –
- 207. – – –
- 208. – – –
- 209. – – –
- 210. – – –
- 211. – – –
- 212. – – –
- 213. – – –
- 214. – – –
- 215. – – –
- 216. – – –
- 217. – – –
- 218. – – –
Ссылка
Если вы используете корпус в научной работе, пожалуйста, сошлитесь на эту публикацию:
Орехов Б. В. Параллельный корпус переводов «Слова о полку Игореве»: итоги и перспективы // Национальный корпус русского языка: 2006—2008. Новые результаты и перспективы. — СПб.: Нестор-История, 2009. — С. 462—473.