Перевод на идиш А. Кушнирова
Источник: Слово о полку Игореве / Пер. А. Кушнирова с предисл. и примеч. С. Шамбинаго. М., 1938.
- 1. צי וואָלט ניט רעכט געווענ אונדז,
ברידער,
אָנהייבנ מיט אַלטע ווערטער
פונ געשיכטעס העלדישע,
וועגנ כאיל וועגנ איגאָרס, –
איגאָר סוויאטאָסלאוויטשעס? - 2. אונ זיך אָנהייהנ זאָל דאָס געזאנג
לויט געשעענעמ פֿונ אונדזער צײַט
אונ ניט לויט אויסדאכט פונ באָיאנענ. - 3. באָיאנ דער וואָרזעער –
האָט ער עמעצנ געוואָלט שאפנ א געזאנג,
איז מיט געדאנק
צעשפּרייט זיך איבער בוימ,
ווי א גרויער וואָלף איבער דער ערד,
ווי א זילבער־אָדלער אונטער וואָלקן, - 4. אונ דערמאָנט,
אונ דערציילט
וועגנ קריגנ פֿאַרצײַטיקע
ארויסגעלאָזט דאנ
פלינקע סאָקאָלן צענ
אפ א טשערעדע שוואנענ,
און וועלכן דעריאָגט –
דער פֿאָרויס האָט א ליד געזונגענ:
דעמ אלטנ יאראָסלאוו,
דעמ מוטיקנ מסטיסלאוו,
וואָס האָט פֿארשניטנ רעדעדיענ
פאר די מאכנעס די קאָסאָגער,
דעמ שיינעמ ראָמאנ סוויאטאָסלאוויטשנ. - 5. באָיאן אָבער,
ברידער,
ניט צענ סאָקאָלן
פלעגט ארויסלאָזנ
אפ א טשערעדע שוואנענ,
נאָר די קלוגע פינגער זײַנע
אָנ די לעבעדיקע סטרונעס אָנגערירט –
אונ אליינ די סטרונעס האָבנ
די פירשטנ
לויבגעזאנג
געזונגענ. - 6. איז לאָמיר, ברידער,
אָט די געשיכטעס אָנהייבנ
פֿונ אמאָליקנ וולאדימירנ
ביז איצטערדיקנ איגאָרנ,
וואָס האָט דעמ סייכל אָנגעגורט
מיט פעסטקײַט זײַנער,
און אויסגעשלייפט זײַנ הארצ
מיט מוטיקײַט, - 7. מיט קריגערישנ גײַסט זיכ אָנגענומענ
אונ אַוועקגעפירט זײַנ העלדיש כאיִל
קעגנ לאנד דעמ פּאָלאָוועצער
פארנ לאנד דעמ רוסישנ. - 8. האָט דעמלט א קוק געטאָנ איגאָר
אפ דער ליכטיקער זונ
אונ דערזענ:
פונ איר איז מיט כוישעכ
זײַנ כאיִל דאָס גאנצע פארדעקט. - 9. האָט איגאָר צו זײַנ דרוזשינע געזאָגט:
- 10. «ברידער אונ דרוזשינע!
בעסער שוינ דערהארגעט זײַנ,
איידער אונדז געפֿאַנגענ זײַנ. - 11. איז געזעצט זיכ, ברידער,
אפ אונדזערע הייסע פערד,
אונ לאָמיר א קוק טאָנ
דעמ בלויענ דאָנ!» - 12. דעמ דעדאַנק באמ פירשט
האָט צעהיצט א פארלאנג.
דעמ צייכנ האָט אימ פארנעפּלט
די גלוסט צו פארזוכנ דעמ גרויסנ דאָנ. - 13. «איכ וויל, –
האָט איגאָר געזאָגט, –
איבערברעכנ מײַנ שפּיז
בא דעמ ראנד פונעמ פעלד פּאָלאָוועצער.
איכ וויל מיט אײַכ, רוסנ,
אָדער לייגנ מײַנ קאָפּ
אָדער אָנטרינקען זיכ מיטנ העלמ
פון דאָנ». - 14. אָ, באָיאנ,
סאָלאָוויי פארצײַטיקער,
אָט ווענ דו
יענע שלאכטנ
באזינגסט,
שפּרינגענדיק, סאָלאָוויי,
איבערנ געדאנקענ-בוימ,
שוועבנדיק מיטנ פארשטאנד
אזש אונטער די וואָלקנס,
פארפלעכטנדיק אינ רומ
ביידע פעדעמ –
פונ פארגאנגענעמ
אונ פונעמ איצטיקנ,
ניטערנדיק אפ די שטעגנ פונ טראָיאנענ
אריבער פעלדער
אונ אפ בערג, – - 15. וואָלט מענ זינגענ
אָט אזוי דאָס געזאנג
אויכ איגאָרנ,
אָליעגס אייניקל: - 16. «ניט קיינ שטורעס
האָט פארטראָגן סאָקאָלן
הינטער פעלדער ברייטע.
קראָענ לויפנ שארעסווײַז
צו דעמ דאָנ דעמ גרויסנ». - 17. אָדער עפשער גאָר אזוי
אימ באדארפֿט באזינגענ,
אָ, דו, וואָרזעער באָיאנ,
קינדס-קינד פונ וועלעסנ: - 18. «הינטער סולא הירזשענ פערד,
ס’קלינגט דער רומ אינ קיִעוו,
טרומייטנ שאלנ אינ נאָווגאָראָד,
פאָנענ שטייענ אינ פּוטיוול.
איגאָר ווארט אפ ווסעוואָלאָדנ,
אפ זײַנ ליבנ ברודער». - 19. אונ געזאָגט האָט אימ
דער גוואר דער הייסער ווסעוואָלאָד: - 20. «ביסט איינ ברודער,
ביסט איינ ליכטיקע שײַנ
בא מיר, איגאָר!
ביידע זײַנענ מיר
פונ סוויאטאָסלאווס געביינ!» - 21. זאָטל, ברודער, אָנ
דײַנע ווײַסע פערד, - 22. אונ מײַנע שטייענ גרייט
אָנגעזאָטלטע לעמ קורסק
נאָכ פונ פריִער. - 23. אונ מײַנע – די קורסקער –
זײַנענ קריגער געניטע,
אונטער טרומייטנ
מע האָט זיי געוויקלט,
אונטער די העלעמס
געוויגט אונ געכאָוועט,
פונ די שפּיצ-שפּיזנ
מע האָט זיי געהאָדעוועט. - 24. זיי קענענ די וועגנ,
זיי ווייסנ די טאָלנ,
זיי האלטנ זי בויגנס
גרייט אָנגעצויגנ,
אונ אָפנ בא זיי איז
פונ פײַלנ די שייד.
די שווערדנ – געשלייפטע, - 25. אונ זיי אליינ שפּרינגענ,
ווי די גרויע וועלפ אינ פעלד,
זוכנדיק ערע
פאר זיכ
אונ רומ
פארנ פירשט». - 26. ארײַנ איז פירשט איגאָר
אינ דער גאָלדענער סטרעמענע דאנ
אונ אוועקגעלאָזט זיכ
איבער פעלד איבער פרײַענ. - 27. די זונ איז מיט כוישעכ
דעמ וועג אימ פארלאָפנ. - 28. די נאכט מיט געקרעכצ פונ געוויטער
געוועקט האט די פויגל…
פונ כײַעס א ווילדער געפײַפ! - 29. פונ שפּיצ בוימ שרײַט דער דיוו,
ער גיט צו וויסנ
דער ערד, דער פרעמדער,
דער וואָלגע אונ דעמ לאנד באמ יאמ,
דעמ לאנד, וואָס בא סולא דעמ טײַכ,
אונ סוראָזש
אונ קאָרסונ
אונ דיר –
טמוטאראקאנער געצ! - 30. אונ די פּאלאווצעס
מיט וועגנ, ניט באטראָטענע
אוועקגעלאָפנ זײַנענ
צו דעמ דאָנ דעמ גרויסנ.
די וועגענער אינ האלבער נאכט –
זיי ליארעמענ,
ווי שוואנענ אָנגענשראָקענע.
איגאר זײַנע קריגער פירט צומ דאנ. - 31. אונ די פויגלענ אפ די דעמבעט
פּאשענ שוינ זײַנ אומגליק;
וועלפ איבער די יאָרנ
וואָיענ– גאָר אנ איימע.
מיט געשריי די אָדלערס רופנ
כײַעס אפ די ביינער.
פוקסנ בילנ אפ די רויטע פּאנצערס. - 32. אָ, מײַנ רוסיש לאגד!
דו ביסט שוינ הינטערנ קורגאנ. - 33. לאנג די נאכט אינ כוישעכ.
- 34. באגינענ־שײַנ האָט זיכ צעפלאמט.
א נעפּל באדעקט האָט די פעלדער. - 35. אנשלאָפנ געוואָרנ
פונ סאָלאָוויי דאס געזאנג.
דערוואכט האָט געפּילדער פונ קראָענ. - 36. די רוסנ
מיט רויטע פּאנצער־שילדנ
פארצוימט האָבנ ריזיקע פעלרער,
זוכנדיק ערע
פאר זיכ
אונ רומ
פארנ פירשט. - 37. אומ פרײַטיק פוג סאמע באגינענ
צעטראָטנ זיי האָבנ די אומריינע
די פּאָלאָוועצער כאיִלעס,
איבער פעלד זיכ צעשאָטנ ווי פײַלנ
אונ יאָגנ גענומעג
די שיינע פּאָלאָווצער מיידנ,
אונ מיט זיי אויכ גאָלד אונ בראָקאטנ
אוג טײַערע סאמעטנ. - 38. מיט דעקעס, מיט מאנטלענ אונ פּעלצנ
אונ בגאָדיס אלערליי פּאָלאָוועצער
גענומענ בריקנ שפּרייטנ
איבער בלאָטעס אונ זומפּיקע ערטער. - 39. רויט – די פֿאָנ
ווײַס – דער פלאג,
צונטער־רויט דאָס העלצל,
אונ דאָס זילבער-הענטל פונ דער שפּיז –
פארנ דרייסטנ סוויאטאָסלאוויטשנ! - 40. דדימלט אײַנ אינ פעלד
אָליעגס גיבוירימ־נעסט,
ווײַט איז זי פארפלויגנ. - 41. אפ דער וועלט איז זי געבוירנ
ניט אפ לײַדנ קריוודעס
פונ קיינ סאָקאָל-
פונ קיינ שפּארבער
אונ אוואדע ניט פונ דיר,
שווארצער ראָב, –
פּאָלאָווטשאנער אומריינער! - 42. גזא אנטלויפט, ווי א גרויער וואָלפ,
אונ קאָנטשאק נאָכ אימ,
צו דעס דאָנ דעמ גרויסנ. - 43. אונ אפ מארגנ באגינענ צוטאָגנס –
א בלוטיקער מאָרגנשטערנ
האָט אָנגעזאָגט ליכט. - 44. פינצטערע כמארעס גייענ פונ יאמ.
זיי ווילנ פארדעקנ פיר זונענ,
אונ ס’צאפּלענ אינ זיי בלויע בליצנ. - 45. ס׳וועט זײַנ דאָ א דונער א גרויסער!
מיט פײַלנ וועט רעגענענ
פונ דאָנ פונעמ גרויסנ. - 46. אונ דאָ וועלנ שפּיזנ זיכ ברעכנ,
אונ דאָ וועלנ שווערדנ זיכ טעמפּנ
אָנ די העלעמס די פּאָלאָוועצער,
אפ קאיאל דעמ טײַכ,
בא דעמ דאָנ דעמ גרויסנ. - 47. אָ, מײַנ רוסיש לאַנד
דו ביסט שוינ הינטערנ קורגאנ. - 48. אונ ווינטנ,
אייניקלעכ סטריבאָגס,
ווייענ פונ יאמ מיט פײַלנ
אפ איגאָרס העלדישנ כאיִל. - 49. עס הודעט די ערד,
טײַכנ שטראָמענ צעשוימט,
שטויב באַדעקט אלע פעלדער, - 50. ס’רוישנ די פענער,
די פּאָלאָווצעס גייענ
פונ דאָנ
אונ פונ יאמ, – - 51. פונ ארומ אונ ארומ
דאָס רוסישע כאיִל באלאגערט. - 52. טײַוולשע זינ –
מיט געפּילדער
זיי האָבנ פארצוימט די פעלדער.
אונ די מוטיקע רוסנ פארצוימט האָבנ
מיט רויטע פּאנצער־שילדנ. - 53. היציקער ווסעוואָלאָד!
דו שטייסט אינ געראנגל,
שפּריצסט אפ די קריגער מיט פײַלנ,
דו קנאלסט אָנ די העלעמס
מיט שווערדנ שטאָלענע! - 54. וווּ נאָר דו, גיבער, באווײַזסט זיכ
מיט שײַנ פונ דײַנ גאָלדענעמ העלמ
פּאָלאָוועצער, - 55. מיט סאַבליעס מיט שאַרפע צעבראָקט ווערנ
העלעמס אָווארער
פונ דיר,
היציקער ווסעוואָלאָד! - 56. האָט א ווערט א וווּנד, ברידער,
פאר דעמ, וואָס פארגעסנ האָט
אי קאָוועדף אי לעבנ,
אי די שטאָט זײַנע טשערניגאָוו,
דעמ פאָטערס גאָלדנעמ טיש,
אונ פונ זײַנ מילדער, געגארטער
אונ שיינער גלעבאָוונע
די ליבע אונ צארטקײַט? - 57. געווענ צײַטנ טראָיאנער,
פארגאנגענ די יאָרנ פונ יאראָסלאוונ,
געווענ קריגנ אָליעגס –
אָליעג סוויאטאָסלאוויטשעס. - 58. יענער אָליעג
מיט שווערד האָט מערידעס געשמידט,
מיט פײַלנ געזייט איבער ערד. - 59. אז ער טרעט ארײַנ
אינ דער גאָלדענער סטרעמענע
אינ טמומאָראקאנ – דער שטאָט, - 60. דערהערט דעמ געקלאנג
דער גרויסער, אמאָליקער,
יאראָסלאווס זונ – ווסעוואָלאָד. - 61. אונ וולאדימיר אינ טשערניגאָוו
יעדנ אינדערפרי
זיכ די אויערנ פארשטאָפּט. - 62. אונ באָריס וויאטשעסלאוואָוויטשנ
האָט זײַנ גאדלעס צומ מישפּעט געשטעלט,
אימ – דעמ יונגנ פירשט, דעמ מוטיקנ,
דאָס גרינע פעלד,
ווי טאכריכימ אויסגעשפּרייט, –
פאר דער אוולע אָליעגס. - 63. אונ פונ זעלבנ טײַכ קאיאל
האָט סוויאטאָפּאָלק אוועקגעוויגט
דעמ פאטער זײַנעמ
צווישנ אובגערישע רײַטער-פערר
צו דער הייליקער סאָפיע –
קיינ קיעוו. - 64. אזוי געווענ איז דאנ
פאר אָליעג גאָריסלאוויטשנ.
מע האָט קריג געזייט,
אונ קריג איז אופגעגאנ.
אומגעקומענ דײַנענ דאזשבאָגס קינדער;
מערידעס פירשטלעכע
האָבב מענטשנ די יאָרנ פארקירצט. - 65. אפ דער רוסישער ערד דאנ
פלעגנ אקערער
זיכ איבערופב זעלטנ
נאָר דערפאר די ראָבנ
האָבנ אָפט געקארקעט,
טיילבדיק זיכ מיט בעוויילעס,
אונ אפ זייער לאָשנ
גערעדט האָבנ די קראָענ,
פליענדיק מיט כיישעק אפ א מאָלצײַט. - 66. ס׳איז געווענ אינ יענעמ קריג
אונ אינ יענע שלאכטנ,
נאָר אזא מינ שלאכט
איז ניט געהערט געווענ.
פונ גאנצ פרי ביז אָוונט,
פונ אָוונט ביז באגינענ
פלׅיִׅענ פײַלנ שארפע,
סאבליעס קנאלנ אָנ די העלמס,
שפיזנ קראכנ שטאָלענע - 67. אפנ פעלד דעמ פרעמדנ
אינעמ לאבד דעמ פּאָלאָוועצער.
אונ די שווארצע ערד אונטער די טלאָענ
איו פארזייט געווענ מיט ביינער
אונ מיט בלוט באגאסנ. –
מיט טרויער איז דאס אופגעגאנגענ
אפ דער רוסישער ערד. - 68. וואָס רוישט מיר דאָרט,
וואָס קלינגט מיר דאָרט – - 69. פונ דער ווײַט גאגצ פרי
נאָכ פארן מאָרגנשטערנ?
דאס פארקערעוועס איגאר זײַנ כאיִל:
אימ טוט באנג
זײַנ ליבער ברודער ווסעוואָלאָד. - 70. זיכ נעשלאָגנ א טאָג.
זיכ געשלאָגנ א צווייטנ-
אונ צו האלב־טאָג אפנ דריטנ
זײַנענ איגאָרס פאָנענ געפאלנ. - 71. דאָ האבנ די ברידער זיכ צעשידנ
אפנ ברעג פון האסטיקנ קאיאל; - 72. דאָ האָט שוין קיינ בלוטיקער ווײַנ
ניט געקלעלט. - 73. דאָ האָבנ די מוטיקע רוסנ
דעמ מאָלצײַט פארענדיקט:
אנגעשיקערט די מעכוטאָנים,
אונ אליינ זיכ אויסגעלייגט
פאר דעד ערד דער רוסישער. - 74. נייגנ זיכ די גראָזנ פאר ראכמאָנעס.
אונ דער בוימ מיט טרויער
האָט צו דר׳ערד זיכ אָנגעבויגנ. - 75. יאָ, ברידער,
ניט קיינ פריילעכע צײַט איז געקומענ –
ס׳האָט די וויסטע ערד
צוגעדעקט דאָס כאיִל. - 76. ס׳האָט א קריוודע געטראָפנ די מאכנעס
פונ דאזשבאָגס קינדער,
ווי א יונגפרוי, איז זי אופגעטרטאָטנ
אפ דער טראָיאנער ערד.
מיט די שוואנענ־פליגל א פּליעסק געטאָנ
אפנ בלאָענ יאמ
באמ דאָנ,
אונ מיטנ פּליעסק אירנ
פאריאָגט די פעטע צײַטנ. - 77. אופגעהערט האָבנ די פירשטב
פירנ קריג קעגנ די אומריינע.
ווײַל געזאָגט האָבנ
א ברודער צו א ברודער:
״דאָס איז מײַנס!
אונ יענצ איז אויכעט מײַנס!״
אונ די פירשטנ האָבנ
וועגג קליינס: ״דאָס איז גרויס״–
גענומענ זאָגנ.
אוג אליינ אפ זייער קאָפּ
געטאָנ מערידעס שמידנ. - 78. אונ די אומריינע
פונ אלע זײַטנ
האָבנ אָנגעהויבנ קומענ מיט ניצכוינעס
אפנ לאבד דעמ רוסישנ. - 79. אָ, ווײַט פארפלויגנ ביסטו, סאָקאָל,
פויגלענ יאָגנדיק,
צומ יאמ. - 80. אונ דאָס דרייסטע כאיִל איגאָרס
וועט ניט אופשטיינ מער! - 81. ס׳האָבנ קלאָגערנס
זיכ צעוויינט נאָכ אימ,
אונ א יאָמער האָט צעגאָסנ זיכ
איבער דער רוסישער ערד, - 82. אונ עס שיט מיט פייערדיקנ פּעכ
פונעמ פלאמענדיקנ האָרנ.
פרויענ רוסישע האָבנ זיכ צעיאָמערט
קלאָגנדיק: - 83. ״ניט באשערט שוינ אונדז
אונדזערע געליבטע מענער
ניט מיטנ געדאנק באדענקענ,
מיטב זינענ ניט באזינענ,
מיט די אויגנ ניט דערזענ,
אונ מיט גאלד אונ מיט זילבער
ניט באצירנ זיכ שוינ קיינמאָל״. - 84. אונ צעטרויערט האָט זיכ, ברידער,
קיִעוו אינ זײַנ צאר
אונ טשערניגאוו אינ זײַנ אומגליק;
אונ צעגאָסנ האָט זיכ אומעט
איבער לאנד דעמ רוסישנ, - 85. אונ דער טרויער שטראָמט געדיכט
איבערנ רוסישנ לאנד. - 86. אונ די פירשטנ
אליינ אפ זייער קאָפּ
געשמידט האָבנ מערידעס; - 87. אונ די אומריינע
גענישטערט האבנ,
ווי די זיגער,
איבער ערד דער רוסישער,
אונ זיי האָבנ צינש
אופגעמאָנט:
פונ יעדער הויפ –
א וועווריק. - 88. אָט אזוי האָבנ די צוויי
דרייסטע סוויאטאָסלאווס זינ
ווידער אופגעוועקט דאָס בייז,
וואָס קוימ אימגעשלעפערט האָט
זייער פאָטער סוויאטאָסלאוו, ־־
דער גרויזאמער אונ גרויסער פירשט
דער קיִעווער. - 89. ער האָט א מוירע אָנגעוואָרפנ
אפ די אומריינע
מיט זײַנ כאיִל מעכטיקנ
אונ מיט די שווערדנ שטאָלענע,
ער האָט אנגעגריפנ
אפנ לאנד דעמ פּאָלאָוועצער;
אײַנגעטאָפטשעט דאָרטנ
בערג אונ טאָלנ;
אופגעברויזט דאָרט
אָזערעס אונ טײַכנ;
אויסגעטריקנט שטראָמענ אונ זומפּנ.
אונ דעמ אומריינעמ קאָביאק
פונעמ ברעגלאנד בא דעמ יאמ,
פונ די אײַזערנע אונ גרויסע
מאכנעס פּאָלאָוועצער,
ארויסגעריסנ, ווי א וויכער׳ –
אונ געפאלנ צו דער ערד
איז קאָביאק אינ קיִעוו,
אינ דער גרידניצע בא סוויאטאָסלאוונ. - 90. ווענעדיגער אונ דייטשנ,
אונ גריכנ אונ מאָראווער-–
אלע זיי דאָ זינגענ
לויבגעזאנג סוויאטאָסלאוונ,
ווארפנ פאר פירשט איגאָרנ,
וואָס האָט אזא פארמעגנ
רוסיש גאלד אראָפּגעלאָזט
אפנ דנאָ פונ קאיאל–
דעמ טײַכ דעמ פּאָלאָוועצער. - 91. דאָ האָט פירשט איגאָר
זיכ ארויסגעזעצט
פונ זײַנ גאָלדנ זאָטל
אונ אריבער אינ א זאָטל
א קנעכטישנ. - 92. טרויערנ די ווענט פונ די שטעט,
אָפּגעטאָנ האָט זיכ פונ זיי
די פריילעכקײַט. - 93. סאָוויאטאָסלאוונ האָט א בייזער כאָלעמ
געכאָלעמט זיכ - 94. אינ קיִעוו אפ די בערג.
״יענע נאכט׳– האָט ער געזאָגט, –
פונ סאמע אָוונט,
האָט מענ מיכ אָנגעטאָנ
אינ טאכריכימ שווארצע
אפ א טיסנ־בעט. - 95. אָנגעשעפּט פאר מיר
בלויענ ווײַנ מיט גאל צעמישטנ, - 96. אונ פונ פּוטטע פײַלנ־טאשנ
פונ די אומריינע פּאָלאָווצעס
מיר געשאָטנ
גרויסע פּערל אפ דער ברוסט
אונ געקעכלט מיכ. - 97. אָנ א באלקנ זײַנעכ שוינ די ברעטער
אינ מײַנ טורעמ
דעמ גאָלדנ־דאכיקנ. - 98. א גאנצע נאבט, פונ סאמע אָוונט,
סיווע ראָבנ
האָבנ זיכ צעקארקעט - 99. אינ די נידערנ,
אינ זומפּ פארוואקסענעמ באמ טײַכ,
אונ אוועקגעטראָגנ זיכ צומ יאמ». - 100. אונ געזאָגט האָבנ צומ פירשט די באָיארנ:
- 101. «ס׳האָט דער טרויער, פירשט,
דעמ סייכל אונדז געפאנגענ, - 102. דאָס זײַנענ דאָכ
צוויי סאָקאָלנ
פונעמ פאָטערס גאלדענעמ טיש
אראָפּגעפלויגנ
אפ אײַנעמענ
רי שטאָט טמוטאָראקאנ,
אָדער אָנטרינקענ זיכ מיטנ העלמ
פונ דאָנ.
האָט מענ יענע סאָקאָלנ
שוינ די פליגל אָפּגעהאקט
מיט די שווערדנ פונ די אומריינע,
אונ מיט פּענטעס אײַזערנע
זיי אליינ געפּענטעט. - 103. געווענ איז פינצטער יענער טאג.
צוויי זונענ פארגאנגענ,
ביידע פלאמענדיקע זײַלנ
אויסגעלאָשנ;
אונ מיט זיי די יונגע צוויי לעוואָנעס-
אָליעג אונ סוויאטאָסלאוו –
האָבנ זיכ אינ כוישעכ אײַנגעהילט
אונ אינ יאמ פארזונקענ,
אונ אפ גרויסער כוצפע
דערמוטיקט די סאָנימ. - 104. אפנ טײַכ קאיאל
האָט די פינצטערניש די שײַנ פארשטעלט. - 105. אונ איבער דער רוסישער ערד
האָבנ זיכ פארשפּרייט די פּאָלאָווצעס,
ווי א נעסט פונ לעמפּערטנ. - 106. אונ די כארפע האָט שוינ
פאררעקט דעמ רומ. - 107. אונ די נויט האָט שוינ
צוגעשטיקט דעמ ווילנ, - 108. אונ דער דיוו איז שוינ
אפ דער ערד אראָפּ, - 109. אונ די גאָטישע שיינע מיידנ
האָבנ זיכ צעזוגגענ
אפנ ברעג פונ בלויענ יאמ,
קלינגענדיק מיט רוסיש גאלד.
זיי באזינגענ בוסנ – זײַנע צײַטנ,
זיי רימענ שארוקאנס נעקאָמע. - 110. אונ מיר די דרוזשינע
נאָכ פריילעכקײַט
מיד לעכצנ». - 111. דאנ האָט דער גרויסער סוויאטאָסלאוו
געלאָזט פאלנ
א גאָלדנ וואָרט,
מיט טרערנ אויסגעמישט,
אונ געזאָגט: - 112. ״אָ, איר, קינדער מײַנע,
איגאָר אונ ווסעוואָלאָד,
צו פרי האָט איר אָנגעהויבנ
די פּאָלאָוועצער ערד
מיט די שווערדנ רייצנ,
רומ פאר זיכ צו זוכנ.
ניט מיט רומ זי בײַגעקומענ,
ניט מיט רומ פארגאָסנ
דאָס אומריינע בלוט. - 113. די דדייסטע הערצער אײַערע –
אינ הארטנ שטאָל פארקאָוועט,
אינ העלדישקײַט פארהארטעוועט, – - 114. איז וואָס זשע האָט איר אָפּנעטאָנ
מײַנ זילבער־גרויענ קאָפּ! - 115. אז איכ זע שוינ ניט די מאכט
פונ מײַנ מעכטיקנ אונ רײַכנ
ברודער סוויאטאָסלאוונ
מיט זײַנ כאיִל דעמ פילצאָליקנ
אוב מיט די באָיארעס די טשערניגאָווער,
מיט די הארנ אונ די בארג־לײַט,
מיט די שלעגער אונ די טרעטער,
מיט די שרײַער׳
מיט די פירער זייערע
אָט די אלע, וואָס אָנ פּאנצערס
מיט מעסערס אינ די כאָליעוועס
מיט קריגערישנ ליארעמ
באזיגנ די כאיאָלעס,
קלינגענדיק מיט רומ
פונ די עלטערזיידעס. - 116. אָבער איר האָט געזאָגט:
»אליינ מיר באשטייענ,
דעמ קינפטיקנ רומ
נאָר מירנ פארכאפּנ,
אונ מיטנ אַמאָליקנ
נאָר מירנ זיכ טיילנ». - 117. איז דענ א וווּנדער, ברידער,
אז אלט זאָל ייִנדער ווערנ? - 118. ווענ דער סאָקאָל בליאקעוועט,
דאנ יאָגט ער הויכ די פייגל,
ער וועט זײַנ נעסט צו רויב ניט לאָזנ. - 119. נאָר שלעכט איז דאָס:
פונ די פירשטנ זע איכ ניט קיינ הילפ פאר זיכ. - 120. מיטנ רוקנ האָט די צײַט זיכ אויסגעקערט.
- 121. לעבנ רימאָוו דאָרט – מע שרײַט
אונטער שווערדנ פּאָלאָוועצער.
אונ וולאדימיר – א פארוווּנדערטער. - 122. וויי אונ ווינד דעמ זונ פונ גלעבנ»…
- 123. אָ, דו גרויסער פירשט
ווסעוואָלאָד,
פארוואָס טוסטו ניט קיינ טראַכט
קומענ פונ דער ווײַט צו פליִענ
דעמ פֿאָטערס גאָלדענעמ טיש
צו פארהיטנ? - 124. ביסט בעקויעכ דאָכ
די וואָלגע
מיט די וועסלעס צעשפּרייטנ. - 125. אָט, ווענ דו וואָלסט דאָ זײַנ,
וואָלט א געפאנגענע
געקאָסט א נאָגאטע,
אונ א שקלאפ
וואָלט א רעזאנ געקאָסט. - 126. קענסט דאָכ אויכ איבער יאבאָשע
מיט לעבעדיקע פײַלנ שיסנ,
מיט געוואגטע זינ פונ גלעבנ. - 127. דו, הייסער ריוריק,
אונ דו, דאוויד!
צי ניט אײַערע
העלמס גאָלדענע
זײַנענ איבער בלוט געשווווּמענ? - 128. צי ניט אײַערע דרוזשינעס העלדישע
רעווענ, ווי די אויעראָקסנ,
מיט שארפער שווערד פארוווּנדעטע
אפ א פעלד א פרעמדנ? - 129. טרעט ארײַנ איר, הארנ,
אינ די גאָלדענע סטרעמענעס
פאר דער קריוודע
פונ דער צײַט אָט דער,
פארנ לאנד דעמ רוסישנ,
פאר די וווּנדנ איגאָרס
דעמ געוואגטנ סוויאטאָסלאוויטשנ. - 130. גאליטשער אָסמאָמיסל יאראָסלאוו,
דו זיצסט הויכ
בא דײַנ טיש
דעמ גאָלדגעשמידטנ,
דו שפּארסט אונטער
די בערג די אונגארער
מיט דײַנע כאיאָלעס
אינ אײַזנ געפּאנצערטע;
האָסט דעמ קיניג דעמ וועג פארצאמט;
באמ דונײַ פארשלאָסנ דעמ טויער;
ווארפסט מאכנעס אריבער די וואָלקנס;
דײַנ מישפּעט גרייכט
ביזנ דונײַ; - 131. עס שטראָמט איבער ערדנ דײַנ שטורעמ;
דו עפנסט דעמ טויער קיינ קיִעוו;
פונ דײַנ פאָטעדס טיש דעמ גאָלדענעמ
דו טוסט שיסנ אינ סולטאנענ
הינטער ווײַסע לענדעד. - 132. שיס אינ קאָנטשאקנ, מײַנ האד,
דעמ אומריינעמ סוינע דערשיס!
פאר דעמ לאגד דעמ רוסישנ,
פאר די וווּנדנ איגאָרס –
דעמ געוואגטנ סוויאטאָסלאוויטשנ. - 133. אונ דו, דרייסטער ראָמאנ,
אונ דו, מסטיסלאוו, –
דער מוטיקער געדאנק
טראָגט אײַער גײַסט אפ העלדישקײַט, - 134. איר שווימט הויכ אינ שלאכט
מיט געוואגטקײַט אײַערער,
ווי עט שוועבט א סאָקפּל אפ די ווינטנ,
ווענ ער וויל א פויגל
אינ פלינקײַט זיײַנער
בײַקומענ. - 135. איר פארמאָגט דאָכ פּאנצערס אײַזערנע
אונטער די העלעמס
די לאטײַנישע.
ס׳האָט פונ זיי געפּלאצט די ערד,
אונ פיל לענדער פײַנטלעכע:
די ליטע,
די יאטוויאגע,
די דערעמעלע,
די פּאָלאָווצעס
האָבנ געוואָרפנ די שפּיזנ
אונ געבויגנ די קעפּ
אונטער יענע שווערדנ שטאָלענע. - 136. אָבער איצטער, פירשט,
פארלאָשנ איז פאר איגאָרנ
פונ דער זונ די שײַנ.
ניט פונ וווילטיק האָט דער בוימ
די בלעטער אָפּגעשאָטנ. - 137. בא סולא אונ בא ראָס דעמ טײַכ
האָט מענ שוינ די שטעט צעטיילט,
אונ דאָס דרייסטע איגאָרס כאיִל
וועט ניט אופשטיינ מער. - 138. אָ, פירשט,
דער דאָנ דיכ פאָדערט
אונ ער רופט די פירשטנ צו ניצאָכנ, - 139. בלויז די זינ אָליעגס,
די דרייסטע פירשטנ,
גייענ שוינ איב שלאכט. - 140. אינגוואר אונ ווסעוואָלאָד-
אונ איר,
אלע דרײַ מסטיסלאוויטשעס!
איר, זעקס פליגל
פונ א נעסט א וווילנ!
ניט מיט גוירל פונ ניצאָכנ
האט איר שטעט דעראָבערט. - 141. צו וואָס זשע טויגנ אײַכ
די העלעמס אײַערע
די גאָלדענע
אונ די שפּיזנ אײַערע
די פּוילישע
אונ די פּאנצערס? - 142. נעמט, פארצוימט אינ פעלד דעמ טויער
מיט די שארפע פײַלנ אײַערע
פאר דעמ לאנד דעמ רוסישנ,
פאר די וווּנדנ איגאָרס –
דעמ געוואגטנ סוויאטאָסלאוויטשנ. - 143. עס לויפט דאָכ שוינ ניט מער די סולא
מיט שטראָמענ מיט זילבערנע
צו פערעיאסלאוו דער שטאָט.
אונ דווינא דער טײַכ
דורכ זומפּנ פליסט
צו די בייזע פּאָלאָווצעס
אונטער פרייד־געשרייענ
פונ די אומריינע. - 144. איינ איזיאסלאוו בלויז,
וואסילקאָס זונ,
האט א קלונג געטאָנ
מיט זײַנע שארפע שווערדנ
אנ די העלעמס די ליטווישע.
צוגעשניטנ רומ
דעמ זיידנ זײַנעמ
ווסעסלאוונ.
אונ אליינ
אונטער דעמ רויטנ פּאגצער דאנ
אפנ בלוטיקנ גראָז
געפאלנ א פארשניטענעד
פונ די ליטווישע שווערדנ. - 145. אונ אפ זײַנ טויטנ־בעט
אזוי געזאָגט: - 146. «דײַנ דרוזשינע, פירשט,
האָבנ פייגל מיט די פליגלענ צוגעדעקט,
אונ איר בלוט
האָבנ כײַעס אויסגעלעקט». - 147. ניט געווענ דערבײַ
ניט דער ברודער בריאטשיסלאוו,
ניט דער צווייטער – ווסעוואָלאָד.
איינזאמ האָט ער אויסגעהויכט
זײַנ פּערלדיקנ אָטעמ
פונעמ דרייסטנ גופ
דורכנ גאָלדנעמ האלדזבאנד. - 148. קלינגענ קוילעס אומעטיק.
ס׳האט די פרייר זיכ אפגעטאָנ.
טרומייטנ שאלנ האָראָדנער. - 149. אָ, יאראָסלאוו,
אונ איר אלע, ווסעסלאווט אייניקלעכ,
נייגט אראָפּ אצינד
די פאָנענ אײַערע,
אונ שטעקט ארײַנ אינ דר׳ערד
די אויטגעקארבטע שווערדנ, - 150. ווײַל איר זײַט ארויסגעפאלנ שוינ
פונעמ זיידנט רומ. - 151. איר מיט אײַערע מערידעס
האָט גענומענ ברענגענ
אָט די אומריינע
אפ דער ערד דער רוסישער.
אפ ווסעסלאווס פארמעגנ. - 152. איבער אײַער קריג
געקומענ אין דאָכ אומרעכט
פונעמ לאנד דעמ פּאָלאָוועצער.
אפנ זיבעטנ דאָר פונ טראָיאנענ - 153. האט ווסעסלאוו געוואָרפנ גוירל
וועגנ מיידל זײַנ געליבטנ. - 154. ער האט קונציק
אָנגעשפּארט זיכ אָנ זײַנ פערד.
אונ א שפּרוגג געטאָנ
צו דער שטאָט צו קיִעוו,
אָנגערירט מיט זײַנ גאָלדענער רוט
אנ דעמ גאלדענעמ טראָנ
דעמ קיִעווער. - 155. אונ דערנאָכ פונ דאָרט אוועק,
ווי א כײַע בייז.
אונ אינמיטנ נאכט – פונ בעלגאָראָד –
האָט אימ בלויער נעפּל אײַנגעהילט;
אונ גאנצ פרי
האט ער שוינ מיט די העק א קלונג געטאָנ - 156. אונ צעעפנט די טויערנ
פונ נאָווגאָראָד-
אונ צעקלאפּט דעמ רומ
פונ יאראָסלאוונ, - 157. ביז נעמיגע פונ דודוטקע,
ווי א וואָלפ,
געשפּרונגענ.
בא נעמיגע
שפּרייט מענ קעפּ, ווי סנאָפּעס.
אונ מע דרעשט
מיט דרעשערס שטאָלענע-
אפנ טויק מע לייגט דאָס לעבנ-
פונעמ גופ
מע ווייעט די נעשאָמע. - 158. די ברעגב
די בלוטיקע
פונ דער נעמיגע
ניט מיט שעפע
זײַנענ דא פארזייט געווענ,
נאָר מיט ביינער פארזייט
פונ רוסישע זינ. - 159. פירשט ווסעסלאוו –
ער האָט לײַט געמישפּעט,
פירשטנ שטעט געטיילט,
אונ אליינ אינ נאכט,
ווי א וואָלפ, גענישטערט.
פונ קיִעוו ער דערנישטערט האָט
ביז האָנענקריי
צו טמוטאָראקאנ.
דעמ גרויסנ כאָרס,
ווי א וואָלפ,
איז ער דעמ וועג פארלאָפנ. - 160. אימ–ווסעסלאוונ,
אז מע פלעגט אינ פּאָלאָצק
צו דער מאָרגנ־טפילע
א קלונג טאָנ אינ די גלעקער
בא דער הייליקער סאָפיע,
האט ער אינ קיִעוו
די קלינגערײַ געהערט. - 161. אונ כאָטש ער האָט פארמאָגט
א קלוגנ גײַסט
אינעמ גופ געוואגטנ,
נאָר צאָרעס האָט ער אָפט געהאט. - 162. אימ האָט דאָכ באָיאנ,
דער כאָכעמ אונ דער וואָרזעער,
נאכ פונ לאנג
אזא מינ שפּריכווערטל געזאָגט: - 163. «קיינ שומ כיטרער,
קיינ שומ פלינקער,
קייב שומ פויגל פלינקער –
גאָטס מישפּעט וועט ניט אויסמײַדנ». - 164. אָ! וויינענ וועט די רוסישע ערד.
דערמאָנענדיק די צײַטנ די אמאָליקע
אונ די פירשטנ די אמאָליקע! - 165. אָט דעמ אלטנ וולאדימירנ
האָט מענ ניט געקאָנט דאנ צושמידנ
צו די בערג די קיִעווער. - 166. זײַנע פענער זגינענ איצט אריבער:
איינע – צו ריוריקנ.
די אנדערע – צו דאווידנ־
נאָר זיי פלאטערנ צעשיידט. - 167. שפיזנ זינגענ.
- 168. אונ אפ דונײַ –
יאראָסלאוונעס שטימ
דאָרט לאָזט זיכ הערנ,
שרײַט באגינענ,
ווי אנ עלנטע קוקאווע: - 169. «פליִענ –זאָגט זי, כ׳וועל, ווי א קוקאווע,
איבערנ דונײַ. - 170. איכ וועל אײַנעצנ דעמ ביבער־ארבל
אינ קאיאל דעמ טײַכ. - 171. איכ וועל אָפּווישנ דעמ פירשט
די וווּנדב זײַנע
די בלוטיקע
אפ זײַנ מעכטיק לײַב». - 172. יאראָסלאוונע וויינט באגינענ
אינ פּוטיוול אפ דער וואנט,
קלאָגנדיק: - 173. «אָ, ווינט, דו שטורעמווינט,
צו וואָס, אָ, האר מײַנער,
אזוי האסטיק בלאָזסטו? - 174. צו וואָס יאָגסטו
אפ די גרינגע פליגל דײַנע
דעמ סוינעס פײַלנ
אפ די קריגער פונ מײַנ ליבנ? - 175. ווייניק דיר געווענ
אינ דער הייכ
אונטער די וואָלקנס ווייענ,
וויגנ שיסב אפ די בלויע יאמענ? - 176. צו וואָס, אָ, האר מיינער,
האָסטו מײַנ פריילעכקײַט
איבער סטעפּ צעווייעט?» - 177. יאראָסלאוובע וויינט באגינענ
אינ דער שטאָט פּוטיוול אס דער וואנט,
קלאָגנדיק: - 178. ״אָ דניעפּער דו רומפולער!
האָסט שטיינערנע בערג דורכגעשלאָגנ
דורכ דער פּאָלאָוועצער ערד, - 179. האָסט געוויגט אפ זיכ
סוויאטאָסלאווס שיפנ
ביזנ לאגער פונ קאָביאקנ! - 180. דו וויג צו, מײַנ האר,
מײַנ געליבטנ צו מיר,
אז איכ זאָל צו אימ ניט דארפנ
שיקנ מײַנע טרערנ
אפנ יאמ באגינענ». - 181. יאראָסלאוונע וויינט באגינענ
אינ פּוטיוול אפ דער וואנט,
קלאָגנדיק: - 182. ״א, דו ליכטיקע.
אונ דרײַ מאָל ליכטיקע זונ!
ביסט פאר אלעמענ
אי ווארעמ, אי שיינ. - 183. איז צו וואָס זשע, האר מײַנער,
האָסטו פארשפּרייט
דײַנע הייסע שטראלנ
אפ די קריגער פונ מײַנ ליבנ?
אונ אינ פעלד אינ טרוקענעמ
די בויגנס זיי מיט דאָרשט פארשרומפּנ,
די פײַלנ־שייד – מיטהיצ פארשטאָפּט?» - 184. דער יאמ האָט צעברויזט זיכ
אינ האלב־נאכט,
עס שטײַגנ די וויכערס מיט נעפּלענ.
פירשט איגאָרנ
גאָט ווײַזט א וועג
פונעמ לאבד דעמ פאלאוועצער
צו דעמ לאנד דעמ רוסישנ,
צו זײַנ פאָטערס גאָלדענעמ טיש. - 185. פארלאָשנ דער שטערנ פונ אָוונט.
איגאָר שלאָפט,
איגאָר וואכט,
איגאָר מעסט אינ געדאנק
אלע סטעפּעס
פונ דאָנ פונעמ גרויסנ
ביזנ קליינעמ דאָניעצ. - 186. צומ פערד האָט אינ האלב־נאכט
א פײַפ געטאָנ אָוולור
אפ יענער זײַט טײַכ, –
גיט א סימענ דעמ פירשט,
אוג פירשט איגאָר פארשווינדט. - 187. א רופ– א געשריי.
ס׳האָט די ערד זיכ צעהילכט,
צערוישט זיכ דאָס גראָז,
אונ ס׳האָבנ געטאָנ זיכ א וואקל
די פּאָלאָוועצער געצעלטנ. - 188. אונ פירשט איגאָר, –
ווי א הארמל. –
א שפּרונג צומ אָטשערעט
אונ, ווי א פויגל
גאָלדנ-אויגל
אפנ וואסער, - 189. א וואָרפ געטאָנ זיכ אפנ פערד,
אונ פונ אימ אראָפּגעשפּרונגענ,
ווי א ווײַסער וואָלפ, - 190. אונ אוועקגעלאָזט זיכ
צו די לאָנקעס
פונעמ טײַכ דאָניעצ;
אונ אוועקגעפלויגנ, ווי א סאָקאָל
הינטער נעפּלענ,
גענדז ארנ שוואנענ שלאָגנדיק
אי צו אָנבייסנ,
אי צו ווארעמעס,
אי צו וועטשערע.
! - 191. אונ אז איגאָר, ווי א סאָקאָל, פליט,
לויפט דאנ אָוולור, ווי א וואָלפ,
אונ ער טריישלט אָפּ מיט זיכ
דעמ טוי דעמ קילנ.
שוינ פארמאטערט האָבנ זיי
די פערד די הייסע זייערע. - 192. האט געזאָגט דער דאָניעצ:
- 193. ״פירשט איגאָר!
ניט ווייניק לויב דיר קומט,
אונ קאנטשאקנ הארצווייטעק,
אונ דער ערד דער רוסישער
פריילעכקײַט״. - 194. האָט איגאָר געזאָגט:
- 195. «אָ, דאָניעצ!
דיר קומט אויב ניט ווייניק לויב,
דיר– וואָס האסט געוויגט
דעמ פירשט אפ דײַנע כוואליעס,
וואָס דו האָסט פאר אימ
גרינע גראָז געשפּרייט
אפ די זילבער־ברעגנ דײַנע.
האָסט אימ אָנגעטאָנ
אינ נעפּלענ ווארעמע
אונטער שאָטנס פונ די גרינע ביימער. - 196. האָסט אימ אָפּגעהיט,
ווי א פויגל
גאָלדנ־אויגל
אפנ וואסער.
ווי די מעוועס אפ די שטראָמענ,
ווי די שווארצע ענטלעכ אפ די ווינטנ. - 197. וועסט ניט זאָגנ דאָס
וועגנ טײַכ סטוגנא.
ער האט א שטראָמ א בייזנ.
ער פארשלינגט אינ זיכ פרעמדע טײַכנ
אונ צעשמעטערט סטרוגעס
צווישנ קוסטעט.
ער האָט אויב פארנ פירשט,
פארנ יונגנ ראָסטיסלאוונ,
דעמ דניעפּער פארשלאָסנ.
אפנ ברעג דעמ פינצטערנ - 198. באוויינט די מוטער ראָסטיסלאווס
דעמ יונגנ פירשט
ראָסטיסלאוונ. - 199. די קווייטנ האָבנ אומעטיק
די קעפּ אראָפּגעלאָזט,
אונ דער בוימ– מיט טרויער
האָט צו דר׳ערד זיכ אָנגעבויגנ. - 200. ניט סאָראָקעס
האָבנ זיכ צעגראגערט,
נאָכ די שפּורנ איגאָרט
פארנ גזא מיט קאָנטשאקנ. - 201. ראָבנ האָבנ ניט געקארקעט דאנ,
קראָענ – שטיל געבליבנ.
סאָראָקעס-ניט געגראגערט, - 202. זיכ געדראפּעט בלויז איבער צווײַגנ.
פּיקהאָלצנ מיט טוקערײַ!
דעמ וועג צומ טײַכ באווײַזנ,
אונ מיט לידער פריילעכע
זאָגט אָנ טאָג דער סאָלאָוויי. - 203. האָט א זאָג געטאָנ צו קאָנטשאקנ גזא:
- 204. ״אויב דער סאָקאָל פליט שוינ צו זײַנ נעסס,
איז דערשיסנ לאָמיר דעמ סאָקאָליק
מיט די פײַלנ אונדזעדע די באגילדעטע». - 205. האָט אזוי געזאָגט קאָנטשאק צו גזא
- 206. «אויב דער סאָקאָל פליט שוינ צו זײַנ נעסט,
איז פארפּענטענ לאָמיר דעמ סאָקאָליק
מיט א שיינ־פײַנ מיידל». - 207. האָט אזוי געזאָגט צו קאָנטשאקנ גזא:
- 208. «אויב מיר וועלנ אימ פארפּענטענ
דיג׳ א שייג־פײַנ מיידל,
וועלנ מיר ניט האָבנ דאנ
ניט דעמ סאָקאָליל,
ניט דאָס שיינע־פײַנע מיידל,
אונ פויגלענ וועלנ אָנהייבג אונדז שלאָגנ
אינעמ פעלד אינ פּאָלאָוועצער». - 209. האָט אזוי געזאָגט באָיאג
וועגנ סוויאטאָסלאווס מילכאָמעס,
ער, דער זינגער פונ דער אלטער צײַט,
יאראָסלאווס אונ אָליעגס צײַט,
דער פירשטלעכער: - 210. שווער איז דאָך דיר, קאָפּ,
אָנ די פּלייצעס זײַנ.
נאָר ווי ביטער איז דיר, גופ,
אָנ א קאָפּ,
אונ דער רוסישער ערד –
אָנ איגאָרנ. - 211. הויכ אינ הימל
שײַנט די זונ,
אונ פירשט איגאָר –
אפ דער רוסישער ערד. - 212. מיידלעכ זינגענ
אפנ דונײַ,
שטימענ שוועבנ
איבער יאמ
ביז צו קיִעוו. - 213. איגאָר פאָרט
איבער באָריטשעוו
צו דער מוטער
דער הייליקער
דער פּיראָגאָשטשער. - 214. לענדער קוועלנ,
שטעט זיכ פרייענ. - 215. אָפּגעזונגענ דאָס געזאַנג
פאר די אלטע פירשטנ –
לאָמיר זינגענ נאָכדעמ
אויכ פאר די יונגע. - 216. רומ
צו איגאָר סוויאטאָסלאוויטשנ,
צומ געוואגטנ ווסעוואָלאָדנ
אונ וולאדימירנ – איגאָרס זונ. - 217. א געזונט אינ אײַכ –
איר, פירשטנ אונ דרוזשינע,
איר, וואָס גייט אינ שלאכטנ
פאר די קריסטנ
קעגנ כאיִל אומריינעמ. - 218. רומ
די פירשטנ
אונ דער דרוזשינע –
רומ!»
Ссылка
Если вы используете корпус в научной работе, пожалуйста, сошлитесь на эту публикацию:
Орехов Б. В. Параллельный корпус переводов «Слова о полку Игореве»: итоги и перспективы // Национальный корпус русского языка: 2006—2008. Новые результаты и перспективы. — СПб.: Нестор-История, 2009. — С. 462—473.